װילסט אָפּהאַלטן ניצן טאַבעק?

די אָפּהאַלטן־זיך רײכערן־ליניע באָט אָן שטיצע און עצות צו זײ װאָס װילן אָפּהאַלטן רײכערן פּאַפּיראָסן אָדער ניצן אַנדערע טאַבעק־ אָדער ניקאָטין־פּראָדוקטן. מיר אַרבעטן לויט װיסנשאַפֿטלעכע מעטאָדן, דאָס הײסט מעטאָדן באַזירט אויף עװידענץ פֿון פֿאָרשונג. אונדזערע דינסטן זענען בחינם און מע קען זײַן אַנאָנים. חבֿרים און קרובֿים װאָס נײטיקן זיך אין עצות װעגן װי אַזוי צו שטיצן עמעצן אָפּצוהאַלטן מיט טאַבעק קענען זיך אויך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז.

װילסט מיר זאָלן דיר אָנקלינגען?

טאָמער, װילסטו אַז אײן פֿון אונדזערע עצה־געבערס זאָלן זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דיר, קענסטו איבערגעבן דײַנע קאָנטאַקט־פּרטים דורכן קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר אויפֿן סוף זײַטל. געװײנטלעך, װעלן מיר דיר קאָנטאַקטירן אין משך פֿון צװײ װאָך שפּעטער. אונדזערע עצה־געבערס רעדן שװעדיש, ענגליש און אַראַביש. מיר באָטן אָבער אָן איבערגעזעצטע שמועסן אויפֿן רובֿ שפּראַכן.

פֿאַר עטלעכע מענטשן קענען עס זײַן גענוג צו רעדן מיט אונדז נאָר אײן מאָל, אַנדערע מענטשן װילן מער קאָנטאַקט אין משך פֿון אַ װײַלע. מע באַזירט דער אָפּהאַלטן־זיך רײכערן־ליניעס שטיצע אויף דײַן איצטיקן מצבֿ און דײַנע באַדערפֿענישן. מיר גיבן אויך עצות װעגן ניקאָטין־סובסטיטוטן און אַנדערע מעדיקאַמענטן פֿאַרן אָפּהאַלטן ניצן טאַבעק. גיב אָבער אַכט אַז מיר קענען ניט איבערגעבן קײן רעצעפּטן אָדער מעדיצינישע עצות. פֿאַר אַזאַ מין הילף דאַרף מען זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיטן געזונט־סעקטאָר.

סיבות פֿאַרן אָפּהאַלטן ניצן טאַבעק

עס זענען דאָ אַ סך פֿאַרשײדענע סיבות פֿאַרן אָפּהאַלטן ניצן טאַבעק. ביסט באַגריסט אונדז אָנצוקלינגען ניט אָפּהענגיק פֿון דעם װאָס עמעצער אַ דאָקטער האָט דיר רעקאָמענדירט אָפּצוהאַלטן מיט טאַבעק, דו ביסט אומרויִק װעגן דײַן געזונט אָדער דו װילסט ניצן דײַנע געלט אויף עפּעס אַנדערש. פֿאַר אַ פּאָר מענטשן איז דאָס אָפּהאַלטן מיט טאַבעק עפּעס אַ לאַנגדערװאַרטענע לעבנס־פֿאַרענדערונג, פֿאַר אַנדערע מענטשן איז עס עפּעס גאָר שװער צו טאָן. און פֿאַר עטלעכע אַנדערע עס זענען די בײדע ברירות.

געמישטע געפֿילן װעגן דעם אָפּהאַלטן ניצן טאַבעק

ס'רובֿ מענטשן װאָס װילן אָפּהאַלטן מיטן ניצן טאַבעק האָבן געמישטע געפֿילן װעגן דעם באַשלוס. ניקאָטין איז זײער אַדיקטיװ און װירקט אויפֿן מוחס באַלוינונג־סיסטעם. צו ניצן טאַבעק גיט אַ געפֿיל פֿון צופֿרידנקײט און צו בענקען נאָך ניקאָטין הײסט אומבאַקװעמלעכקײט. דערפֿאַר, ניצט מען װײַטער ניקאָטין כאָטש די נעגאַטיװע קאָנסעקװענצן אויפֿן לעבן. דו קענסט האָבן אַ סך פֿאַרשײדענע סיבות פֿאַרן אָפּהאַלטן ניצן ניקאָטין, אָבער עס קען זיך דאַכטן אוממעגלעך דאָס צו טאָן. סע זענען אָבער דאָ גוטע נײַעס, מע קען קריגן הילף. מיר ניצן װיסנשאַפֿטלעכע מעטאָדן כּדי צו העלפֿן דיר פֿאַרענדערן דײַן שטײגער. דאָס הײסט שטיצע אי װעגן פֿיזישע אי פּסיכישע שװעריקײטן.

געזונט־טובֿות מיטן אָפּהאַלטן רײכערן

רויך פֿון טאַבעק האַלט אַ סך געפֿערלעכע סובסטאַנצן. דאָס רײכערן זיך איז אײן פֿון די גרעסטע מענטשלעכע געזונט־פּראָבלעמען אויף דער װעלט. קראַנקײטן מיט שײַכות צום רײכערן זיך זענען די געװײנטלעכסטע סיבה פֿאַרן שטאַרבן צו פֿרי. דאָס רײכערן זיך פֿאַרגרעסערן די ריזיקע צו װערן קראַנק פֿון ראַק, האַרץ־קראַנקײטן, כראָנישער אָבסטרוקטיװ לונגען־קראַנקײט (KOL), דיאַבעט און אַ סך אַנדערע קראַנקײטן. דורכן אָפּהאַלטן רײכערן זיך װערט די ריזיקע צו קריגן די דאָזיקע קראַנקײטן פֿאַרקלענערט.

דאָס רײכערן זיך פּאַסיװ

דאָס רײכערן זיך פּאַסיװ הײסט צו אײַנאָטעמען טאַבעק־רויך כאָטש דעם װאָס מע רײכערט זיך ניט אַלײן. דער װאָס טוט דאָס אין משך פֿון אַ לאַנגער צײַט איז עקספּאָנירט געװאָרן צו די זעלביקע געזונט־ריזיקעס װי דער רײכערער, נאָר ניט אויפֿן זעלביקן ניװאָ. בפֿרט קינדער זענען סענסיטיװע. װען מען עקספּאָנירט זײ צו רויך איז עס דאָ אַ פֿאַרגרעסערטע ריזיקע פֿאַר זײ צו פּלוצעם שטאַרבן װי עופֿעלעך און צו קריגן אַסטמע, אַלערגיעס, אויערן־אינפֿעקציע און לונגען־אָנצינדונג.

רײכערסט נרגילה?

אַ סך מענטשן האַלטן אַז עס איז ניט אַזוי געפֿערלעך צו רײכערן נרגילה פֿאַרגלײַכט ציט פּאַפּיראָסן. נאָר, דער נרגילה־רויך האַלט נאָך אַלץ די זעלביקע סובסטאַנצן װי ציגאַרעטן־רויך. למשל ניקאָטין, סמאָליע, קאָלמאָנאָקסיד און שװערע מעטאַלן. װאַסער קען ניט רײניקן דעם רויכס אינהאַלט. װען מען רײכערט נרגילה שאַפֿט מען אַ סך רויך װאָס איז געפֿערלעך פֿאַר אי דער רײכערער אי מענטשן נאָענט צו אים.

װי אַזוי האַלט מען אָפּ מיטן ניצן טאַבעק?

דער בעסטער אופֿן אויף װאָס אָפּצוהאַלטן ניצן טאַבעק איז דער אופֿן װאָס הײסט אַז דו קענסט טאַקע אָפּזאָגן פֿון דעם. פֿאַרשײדענע זאַכן אַרבעטן פֿאַר פֿאַרשײדענע מענטשן - עס איז ניט דאָ קײן שליסל פֿאַר אַלעמען. געװײנטלעך האַנדלט עס זיך װעגן צו געפֿינען אַן אופֿן אויסצופּאָרן זיך מיטן געפֿיל פֿון װילן טאַבעק. די װיכטיקסטע זאַך צו לערנען זיך אַקצעפּטירן דעם װאָס מע װיל רײכערן און כאָטש דעם זיך אָפּזאָגן פֿון דעם. טאָמער, ביסטו אַדיקטיװ פֿון טאַבעק קען עס זײַן דיר שװער זיך צו פֿאַרענדערן.

פּלאַניר פֿאָרויס

די געפֿאָדערטע אַרבעט מען מוז דורכפֿירן כּדי זיך אָפּצוהאַלטן ניצן טאַבעק קען זײַן אַ שװערע. דערפֿאַר, קען עס זײַן גוט צו אויסקלײַבן אַ צײַט װאָס פּאַסט זיך פֿאַר דיר און דײַן לעבן. דאַן װעסטו קענען אָנפֿירן מיט אַ סטרוקטורעלן פּראָצעס װאָס איז גרינגער צו פֿאַרשטײן און פֿאָלגן. אויספֿאָרשונגען האָט באַװיזן אַז ס'איז אַ גרעסער שאַנס צו זײַן הצלחהדיק אויב עס איז דאָ אַ שײַכות צװישן דער פֿאַרענדערונג און דעם אָנהײבן זיך אויף ס'נײַ. עס קען זײַן אַ געבורטסטאָג, אַ נײַע יאָר, אָדער פּשוט דעם אָנהײב פֿון דער קומעדיקער װאָך. צו װאַרטן אויפֿן ספּאָנטאַנעם אָפּהאַלטן זיך הײסט אפֿשר װאַרטן צו לאַנג.

צוגרײטן זיך

טאָמער, גרײט מען זיך צו פֿאַרן אָפּהאַלטן זיך ניצן טאַבעק, װערט די שאַנסן צו זײַן הצלחהדיק גרעסער. דאָס צוגרײטן זיך קען זײַן צו ניטן זיך אויסצופּאָרן זיך מיטן חשק, פֿרעגן נאָך שטיצע צװישן חבֿרים און קרובֿים, פֿרעגן דעם עצה־געבער נאָך עצות און קויפֿן מעדיצינען.

אַ טײל צוגרײטן זיך קען זײַן צו מאַכן עס שװערער און אומבאַקװעמער זיך צו רײכערן. צוליב דעם װערט ניט רײכערן זיך גרינגער און באַקװעמער. למשל:

  • אויסקלײַבן צו נאָר רײכערן זיך אויף אומבאַקװעמע און ניט־צוטריטלעכע ערטער.
  • װאַשן און רײניקן אַלץ מיט רויך־ריח
  • איבערטראַכטן דײַן לעבנס־שטײגער און װי אַזוי דו װילסט זיך אָנפֿירן מיטן לעבן. טאָמער, שליסטו אײַן דאָס אָפּהאַלטן זיך רײכערן זיך, מוזסטו זיך אָפּהאַלטן רײכערן זיך.
  • נהנה זײַן פֿון דעם ניט רײכערן זיך און די פּאָזיטיװע עפֿעקטן אויפֿן גוף. זײ קומען גיך.

פֿיזישע אַקטיװיטעטן און אַלגעמײנע עצות

פֿיזישע אַקטיװיטעטן הײסן אַזוינס װאָס האַנדלט זיך װעגן דעם רירן זיך כּדי צו ניצן ענערגיע. אַלע מינים רירן זיך זענען גוטע מינים. אי אַ ביסל, אי אַ סך פֿיזישע אַקטיװיטעט איז גוט פֿאַרן געזונט און קען דיר העלפֿן אָפּצוהאַלטן ניצן טאַבעק. עס װירקט אויף אי דעם גופֿס, אי דעם מוחס באַלוינונג־סיסטעם אויף אַ גלײַכן אופֿן װי ניקאָטין. די פֿיזישע אַקטיװיטעטן העלפֿן אויך צו װען סע קומט צו פֿאַרמינערן דעם אַבסטינענץ און אומבאַקװעמלעכקײט דערפֿון. דערצו זענען די פֿיזישע אַקטיװיטעטן אַ דיסטראַקציע װען דו װילסט זיך רײכערן װאָס איז אויך גוט פֿאַרן געזונט.

אַ פּאָר אַנדערע עצות:

  • כּדי צו האַלטן דעם בלוט־צוקער אויף אַ סטאַבילן ניװאָ – עסט כּסדרדיק.
  • כּדי צו אויסמײַדן דעהידראַציע – טרינק אָפֿט מאָל װאַסער.
  • טראַכט איבער דאָס ניצן ניקאָטין־סובסטיטוטן אָדער אַנדערע מעדיצינען װען דו װילסט זיך אָפּהאַלטן מיט טאַבעק.

זײַן פֿרײַנדלעך צו זיך אַלײן

צו זײַן אַדיקטיװ פֿון טאַבעק הײסט אַז דײַן גוף װעט קעמפֿן קעגן די פֿאַרענדערונג. ס'רובֿ מאָל הײסט דאָס אומבאַקװעמלעכקײט. צו קעמפֿן נאָך דער דאָזיקער איבערלעבונג הײסט אָפֿט מאָל אַז מע לײַדט מער.

דער בעסטער אופֿן אויף װאָס צו אוספּאָרן זיך מיט דער אומבאַקװעמלעכקײט איז צו דאגהן װעגן זיך אַלײן. צו זײַן פֿרײַנדלעך און גוט צו זיך אַלײן װען עפּעס איז שװער פֿאַרמינערט דאָס לײַדן.

  • פּרוביר צו שאַפֿן אַ באַקװעמען צושטאַנד און זײַ רויִק.
  • פֿיר דורך דײַנע באַליבסטע אַקטיװיטעטן
  • לאָז די איבערלעבונגען זײַן װאָס זײ זענען, אי גוטע, אי שלעכטע.

אַבסטינענץ־סימפּטאָמען

ניקאָטין איז זײער אַדיקטיװ. װען דו ניצסט טאַבעק פּאַסט דײַן גוף זיך צו צו קריגן מער ניקאָטין שפּעטער כּדי צו דערפֿילן נאָרמאַל. דאָס הײסט אַז דײַן גוף און דײַן מוח מוזן זיך װידער צופּאַסן װען דו האַלטסט זיך אָפּ ניצן טאַבעק. ס'קען זײַן אַז דו װערסט אין כּעס, מיד, ניט־פֿאָקוסירט, טרויעריק און אומרויִק. דו קענסט אויך קריגן קאָפּװײטיק, שװיצן, בויך־װײטיק און אַן אַלגעמײנע געפֿיל פֿון אומבאַקװעמלעכקײט.

די אויסהאַלטעװדיקע ברירה

צו אָפּהאַלטן זיך ניצן טאַבעק איז שװער פֿאַרן רובֿ מענטשן. די פֿאַרענדערונג קען זײַן שװער, בפֿרט אין דעם אָנהײב פּראָצעס. נאָר, דער אָנדענק פֿון טאַבעק בלײַבט אין דעם מוח אויף אַ לאַנגער װײַלע נאָך דעם װאָס מע האָט זיך אָפּגעהאַלטן ניצן טאַבעק. דאָס הײסט אַז מע װעט פּלוצעם קריגן אַ שטאַרקן געפֿיל פֿון װילן ניצן טאַבעק. אפֿשר האָסטו דאָס דערפֿילט פֿריִער, אָדער ביסט אומרויִק דערפֿון. ניט געקוקט אויף דעם װאָס מע קען זיך פֿאַרחידושט פֿונעם געפֿיל, קענסטו פֿאָלגן דײַן פּלאַן. איז עס גוט זיך צוצוגרײטן.

טראַכט איבער סיטואַציעס װוּ דו װעסט מסתּמא װילן ניצן טאַבעק, גרײט זיך צו צו אָנפֿירן זיך אויף אַן אופֿן װאָס קען דיר העלפֿן. געדענק אַז עס איז פּשוט נאָרמאַל צו װילן ניצן טאַבעק, און אַז דו קענסט אונדז אָנקלינגען כּדי צו קריגן עצות און שטיצע.

שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז

מע קען זיך אָפּהאַלטן ניצן טאַבעק כאָטש דעם װאָס עס איז שװער דאָס צו טאָן. געװײנטלעך נעמט דער פּראָצעס צײַט, און עס קען זײַן שװעריקײטן אויפֿן װעג. געדענק אַז דו קענסט קריגן פּראָפֿעסיאָנעלע הילף. צו האָבן אַ װיסנשאַפֿטלעכע שטיצע װעט פֿאַרבעסערן די שאַנסן צו זײַן הצלחהדיק – ביסט באַגריסט זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז.

Contact form

קלײַב אויס שפּראַך פֿאַרן שמועס

 

אונדזער טעלעפֿאָן־נומער 020 84 00 00